איציק מאירס
(אלכּסנדר מ. סאָלדאָטאָװ)
אױף דעם טיש...
אױף דעם טיש ליגט אַ בױגן,
רײן װי דער ערשטער שנײ.
איך װיל ער זאָל זײַן אײביק װײַס
און רײן, װי דער ערשטער שנײ.
איך װיל אַױף אים עפּעס אָנשרײַבן,
נאָר איך קען ניט.
איך װיל אים אַרױסװאַרפֿן
נאָר איך קען ניט.
דער בױגן איז רײן װי אַ לעבן,
װאָס האָט נאָך ניט אָפּגעלעבט.
ס׳װילט זיך שרײַבן,
שרײַבן...
און שרײַבן...
און אַזױ אָן אױפֿהער!
אױף דעם טיש איז געלעגן אַ בױגן,
רײן װי דער ערשטער שנײ.
דעם 1טן מאַרץ פֿון 1999 יאָר
י׳ג אָדר תשנ״ט – 5759 יאָר
| Помогли сайту Реклама Праздники |
Листок бумаги белоснежной."
Как я, он тоже одинок,
и чистотой сверкает... Нежно.